יישר כח, לוי!
By: Anonymousלוי,
צווישן די אלע זיסע זכרונות וואס איך האב פון דיר און מיט דיר, בראש ובראשונה קום איך דיר א יישר כח.
----------------------
אסאך האבן שוין דערציילט און געשריבן וועגן לוי'ס ברייט הארציקייט און זיינע מעשים פון צדקה און חסד. ווען ער האט נאר געקענט, האט ער געהאלפן א צווייטן מיט א פאר דאלער, אלץ א נדבה אדער אלץ א גמ"ח.
ס'איז געווען ביום מן הימים און דער מצב ביי אונז אין בית חב"ד איז געווען זייער ענג. דער סוף פון חודש קומט, און אין טשעקינג אקאונט איז ליידיק...
ס'איז מיר אויסגעקומען ריידן מיט א שליח, גיט ער מיר א זאג: אז דו דארפסט, זאלסט רופען לוי דייטש. ער זאגט זיך קיינמאל ניט אפ אז א שליח בעט אים הילף. ער וועט דיר זיכער העלפן מיט א גמ"ח.
(איך האב געקענט לוי גאנץ פיין און פאר אסאך יאר; מיר זיינען געווען נאנט אין ישיבה און האבן פארבראכט צוזאמען לאנגע שעות. עס האט מיר געווען מער ווי אומבאקוועם צו בעטן הילף ביי לוי, אבער אז מ'דארף און מ'מוז, שעמט מען זיך אפ...)
איך האב גערופען לוי און מיר האבען געשמוסט גאנץ פיין - פונקט ווי אין די גוטע אלטע טעג. (אלע ווייסן וויפיל לוי האט געהאט אזא חוש אין א געשמאקע רייד מיט א חבר... ס'האט זיך געפילט ווי ס'איז א תועלת ל"נותן ולמקבל"). צום סוף אונזער רייד, האב איך עם געבעטן א גמ"ח.
לוי האט מיר געזאגט אז זיכער וויל ער מיר העלפן, אבער האבן די געלט, וועט ער ערשט האבן אין א וואך צייט. "קענסטו ווארטן ביז יעמאלט"? האט ער מיר געפרעגט.
איך האלט נאך אין מיטן טראכטן פונקט ווי אזוי צו ענטפער'ן (איך האב נישט געקענט ווארטן קיין וואך...), גיט לוי א הויכע זאג אין זיין טריידמארק שטימע: "וואס זאג איך ווארטן נאך א וואך!? נעם מיין קרעדיט קארד נאמבער גלייך יעצט, נעם וויפל דו דארפסט, און דו קענסט מיר אפצאלן ווען דו האסט".
איך דאנק לוי אפ, און מיר האלטן ענדיקען דעם טעלעפאן קאל. פלוצלונג הער איך ווי לוי זאגט מיר אין א שטילע קול: "מענדל, זאלסט וויסן זיין אז עס פאסט דיר נישט...".
איך קען זיך נאר פארשטעלן ווי איך וואלט נאר געטראכט און געפילט אז איך וואלט געהערט די זעלבע ווערטער פון מאן דהו... אבער פון לוי? איז עס געווען א קאמפלימענט און א שבח! לוי האט די איינדרוק פון מיר אז איך דארף זיין פון די חברה וואס העלפען די חברים און נישט פון די וואס נעמען ביי זיי.
קיין איבעריקע ווערטער פון ביידע אונזער זייט'ן איז ניט געווען נויטיק. איך האב גוט פארשטאנען די מעסעדזש וואס לוי האט מיר געשיקט מיט אזא איידלקייט. אז די מצב אין וועלכע איך האב זיך יעמאלט געפונען האט געשטאמט פון א מדה אשר מיסוד העפר הוא...
לוי'ס טיפע חושים האבען עם גע'יכול'ט נישט נאר צו געבען הילף ביד רחבה, נאר אויך ווי אזוי צו געבען און וואס צו זאגען יעדער איינע עם צו מחזק זיין בשעת מעשה -- יעדער כפי ענינו.
די געלט האב איך אפגעצאלט בזריזות נפלאה. פארוואס איז דאס געווען וויכטיג? ווייל לוי האט געהאט מער ווי גענוג מענשן וואס האבען עם געדארפט און זיך פארלאזט אויף זיין ברייט הארץ...
----------------------
לוי, מן הסתם האב איך דיר דערמאנט וועגען די מעשה איינע פון די צייטן וואס מיר האבן געזעסן אין שטוב ביי דיר אין ווירזשיניא, אבער איך האב דיר זיכער נישט אפגעדיינקט ווי עס דארף צו זיין און ווי עס וואלט געפאסט. דער אמת'ע יישר כח וועט זיין נישט בדיבור נאר אין מעשה בפועל.
Could some kind soul translate this page? Google's Yiddish-English translation (http://translate.google.com/translate?sl=yi&tl=en&u=http%3A%2F%2Fwww.rabbilevi.com%2F2010%2F11%2Fblog-post_27.html) is sufficient to get the general idea, but I'm sure there is a lot I'm missing.
ReplyDeleteThanks in advance.
BS"D I will try to translate tomorrow. My eyes are tearing from a cold and allergy, and reading this, which also brings tears to my eyes, is very difficult right now.
ReplyDeleteair force one shoes
ReplyDeleteoakley sunglasses
kobe 9
tods shoes
chicago blackhawks jersey
coach outlet online
ray ban sunglasses
monster beats
true religion jeans, http://www.truereligionjean.in.net
indianapolis colts jerseys
miami dolphins jerseys
nike huarache
ugg boots clearance,ugg australia,uggs on sale,ugg slippers,uggs boots,uggs outlet,ugg boots,ugg,uggs
air jordan shoes
christian louboutin outlet
cheap oakley sunglasses
nike trainers
michael kors outlet, http://www.michaelkorsoutletonlinstore.us.com
coach outlet online
mont blanc outlet
burberry outlet online, http://www.burberryoutletonlinestore.com.co
oakley sunglasses, http://www.oakleysunglassesdiscount.us.com
salvatore ferragamo
evening dresses
yoga pants, http://www.yogapants.us.com
cartier bracelet
kate spade outlet
air jordan 13
lebron shoes
lululemon outlet
pandora jewelry
cheap football shirts
michael kors uk outlet
ugg boots, http://www.uggbootsclearance.in.net
insanity
achang 0810
Can the moderator please delete the above spam messages? Junk mail has no place on this web page.
ReplyDeleteHello, Very nice this article, this is very amazing and helpful article for us. thanks for sharing this site with us.
ReplyDeleteHard Drive Repair Reset Service
wifi network troubleshoot service
printer troubleshoot repair service
services of virus removal
CCTV Camera service in delhi
quick sodes
AVRiQ